Listen: “Kareiv Yom” Composed and Sung By Rav Michel Twerski, Hornosteipler Rebbe of Milwaukee

2
>>Follow Matzav On Whatsapp!<<


קָרֵב יוֹם אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לַיְלָה: רָם הוֹדַע כִּי לְךָ הַיּוֹם אַף לְךָ הַלַּיְלָה: שׁוֹמְרִים הַפְקֵד לְעִירְךָ כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַּיְלָה: תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַּת לַיְלָה:

שוין 2000 יאר געווארט, א ביטערן גלות מיט-געמאכט.
אוי ווי לאנג קענען מיר דאס אויסהאלטן, ווילאנג מוז געדוירען די נאכט.
דערנענטער דעם טאג פון משיח’ן, ברענג עס נאנט ווי גיך און געשווינד.
דאס איז פסח נאכט אונזער תפלה, און דאס בעטען מיר אצינד.

קָרֵב יוֹם אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לַיְלָה:

די פעלקער זיי זאגן – פארפאלן, זיי מאכן אונז צו שאנד און צו שפאט.
פארקויפט זענט איר חלילה אויף אייביג, אט דער נאכט קען נישט ענדיגן אויך אייער גאט.
אוי באשעפער די וועסט זיי נאך אבער באווייזן, אז די הערשט איבער אלעס גרויס און קליין.
די וועסט זיי צייגן בני בכורי ישראל, כי לך היום אף הלילה גם כן.

רָם הוֹדַע כִּי לְךָ הַיּוֹם אַף לְךָ הַלַּיְלָה:

שוין 2 מאל דאס שטעטל געפאלן, שוין 2 מאל א חורבן געזעהן
אוי ווי עס בענקט זיך צוריק קיין ירושלים, אוי ווי עס בענקט זיך צוריק אינדערהיים.
אוי גאטעניו שטעל אן די שומרים זאלן היטן, בכל רגע ובכל שעה ובכל עת.
און אין שטעטל קער אונז צוריק אויף אייבייג, דיין בית שלישי בית של אש.

שׁוֹמְרִים הַפְקֵד לְעִירְךָ כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַּיְלָה:

בראשית ברא צום אנפאנג האסטו באשאפן, א ליכט גאר א אויסנאם און פיין.
נישט געוואלט אז די רשעים זאלן עס ניצן, פון ערליכע אידן אויך צוגענומען דאס שיין.
קוק זיך צו צו דעם טיף פינסטער גלות נאכט, און מיט יענעם ליכט דעם אידן דערקוויק.
און פארטרייב אויף אייביג דאס פינסטערניש, אוי באשעפער דאס ליכט קער אונז צוריק.

תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַּת לַיְלָה:


2 COMMENTS

  1. I used to work with Reb Michel Shlita

    He’s a true mensch a man of true statue. May he be blessed with long prosperous years of much nachas from all his family. His Rebbetzin is a Malach Hashem Thank you for sharing.

    I miss you Reb Mechel. Chat hapesach kosher vesameach

LEAVE A REPLY

Please enter your comment!
Please enter your name here