Watch: Koach HoRabim – Bonei Olam ft. Sympinny, Zemiros – כח הרבים – בוני עולם – זאנוויל וויינבערגער, זמירות

0

Songs composed (in order) by:
Pinky Weber
Gideon Levine
Chabad

Produced, Concept & Layout by Yoely Polatseck
Music Arranged and Conducted by Pinny Ostreicher
Lyrics: Yoel Berkowitz
Adult Soloist: Zanvil Weinberger – Israel
Child Soloist: Eli Koenig – Monsey
Adult Choir: Zemiros Group
Audio, Mix & Master: Ruli Ezrachi
Video: Motty Engel

This medley is based on a true story, with an emphasis on the importance of the Bonei Olam organization.

Sympinny Band:
Pinny Ostreicher – Keys
Shabsy Broyde – Drums
Chaim Bokchin – Guitar
Gustavo Amarante – Bass
Ben Holmes – Trumpet
Brian Bonvissuto – Trombone
John Tendy – Sax
Boris Corchesco & Co. – Strings

Zemiros Group:
Yoel Polatseck
Yoel Friedrich
Berl Karpen
Toivy Friedman
Yoel Reich
Chaim Brown
Avrumy Holczler

Inquiries:
Sympinny Band
845.402.8584
www.Sympinny.com
PinnyMusic@gmail.com

Zemiros Group
845.372.6688
www.ZemirosGroup.com
info@ZemirosGroup.com

Follow Sympinny Band:
Twitter: https://twitter.com/Sympinny
Facebook: https://www.facebook.com/Sympinny
Instagram: https://www.instagram.com/sympinny
YouTube: https://www.youtube.com/user/pinnymusic

Follow Zemiros Group:
Twitter: https://twitter.com/ZemirosGroup
Facebook: https://www.facebook.com/ZemirosGroup
Instagram: https://www.instagram.com/zemirosgroup
YouTube: https://www.youtube.com/user/ZemirosG…

Yiddish song lyrics:

א קול פון א קליין נשמה
זאל מען שוין הערן ליל וימא
אונזער תפלות, נשמע ברמה
אבי אבי, טאטע ווי לאנג נאך ווי
בכי תמרורים נהי
אונזער תפילה הער שוין צו

פועל, אלעס גוטס, משה יואל
היינט יום כיפור בעט חמול
ביים טאטן דעם יוצר כל
בעט א קינד, געזונט, ערליך און וואויל
אונזער שטוב אזוי ליידיג און הויל
זרעינו ירבה כחול

רחל כ’בעט דיך רחל
בעט נישט מיר נאר ביים כל יכול
הייסע טרערן די סגולה דעם אלטן
ס’איז נישט קיין ספק מסתמא
אז די צער פון א אידיש מאמע
קען מען אפילו אין הימל נישט אויסהאלטן

יארן לאנג, משה יואל און רחל
בעטן לחלות פני נורא ודחיל
הארציגע תפילות מיט פיל סגולות
אוי באשעפער אל תסתר פניך ממנו
אבער דערווייל על בניה כי איננו

ויהי היום, חברים פון משה יואל
צוזאמען נושא בעול
ס’איז קיין ברירה נישטא
געוויס, עפעס טון מ׳מוז
אז אין דעם זכות
וועט זיין קול ברמה נשמע

שוין, נישט פארלוירן קיין צייט
די טייערע אינגעלייט
שטילערהייט פריוואט
געגעבן פאר צדקה א שיינעם סכום
אז אין דעם זכות, בעזר אלוקים
א קינד א יאר ארום

מיט א תפלה צום כביכול
משה יואל אלץ טאטע און אלץ מאמע רחל
דאנקען דעם אויבערשטן בתוף ומחול
מאנה להנחם
זאל שוין ווערן לעכטיג דאס היים
שמחם בבנין שלם

עפעס הערט זיך גוטע נייעס
גדול יהיה כבוד הבית
די שווערע צייטן אוועק מיטן עבר
אלע בעטן און האפן
די שערי רחמים זאל בלייבן אפן
ואביו שמר את הדבר

אין שפיטאל, מיט געשוואלענע אויגן
זיצט משה יואל, אנגעצויגן
יעדע רגע זעט אויס ווי א יאר
פלוצלינג דער דאקטער אנגעצויגן ביז גאר
קומט צו לויפן און זאגט קאלט און קלאר

ווער ווייסט וואס א בשורה א ביטערן
ס’הייבט אן אלע אברים ציטערן
ער זאגט מר., ס’זאל דיר נישט ווערן שווארץ
דאס קינד וואס אזוי לאנג עטס ווארטס
איז געבוירן ס’קלאפט אבער נישט דאס הארץ

טאטע טאטע, טוט ער הימלען שפאלטן
אפשר נישט באשערט אן אייגן קינד צו האלטן
אבער די גזירה דריי ארום
אין זכות פון מיינע חברים
זיך אוועק געגעבן בגוף וממון
טו זיי נישט פארשעמען
ס’זאל זיין זיך צו פרייען מיט וועמען
אין זכות פון דיין הייליג נאמען

ס’לויפן דאקטורים פון אלע זייטן
מ’הערט פיל קולות פון דערווייטן
עננו אלוקים עננו, עזרנו אלוקי ישענו
ס’שטייט דאך צדקה תציל ממות
זאל דער זכות דעם עופ’לע באגלייטן
זיך אווקגעגעבן פאר א צווייטן
מיט ריינע כוונות און מחשבות

יהי רצון מלפניך שומע קול בכיות
שתשים דמעותינו בנאדך להיות
ותצילנו מכל גזירות קשות אכזריות
כי לך לבד עינינו תלויות

מזל טוב טאטע דיין אינגעלע איז געזונט
מיט טרערן פון שמחה איבערגענומען אינגאנצן
מ׳האט אים צוריק געברענגט א שיין לעכטיג קינד
באשעפער כ׳בין א טאטע, הייבט ער אן צו טאנצן

עס איז געווען ניסים, אבער מ’האמיר דאך חזקה
בזכות הרבים און אין זכות פון צדקה

המקיים נפש אחת מישראל
די זכות איז דאך נישט נאר איינמאל
נאר דורי דורות ווייטער אן א צאל, אלעמאל
יעדע נתינה אן התחלה
פאר נאך א איד אן הצלה
כאילו קיים עולם מלא

בנים ובני בנים
אריכות ימים ושנים
ברכות טוב תקדמנו
זיך פרייען להנחם
אין יעדע אידיש היים
אן קיין ווייטאג כי איננו

אם הבנים שמחה
גרינגערהייט בדרך צלחה
היום שאל ממנו
מפרי ידיה
על בניה
אן קיין צער כי איננו

בוני עולם!

NO COMMENTS

LEAVE A REPLY